גרעסטער און פּאפּולערסטער סאושל-מידיא פּלאטפארמע אין אידיש • מיר זענען אויך אויף אינסטעגראם, טוויטער, יוטוב און וואטסעפּ. סטעטוס: https://bit.ly/3rkdzfK צו קאמענטירן אדער אדווערטייזן: @YiddisheVinkelAdmin יוטוב: http://www.youtube.com/c/YiddisheVinkel
עס ווערט קלאר אז איראנער פרעזידענט מאסוד פאזעשקען האט געליטן פון פיס וואונדן נאכפאלגנדיג א מדינת ישראל לופט אטאקע אין א לאקאציע וואו עס איז פארגעקומען א זיצונג פון דער איראנער נאציאנאלע זיכערהייט קאונסיל, אין א געביידע אין טעהראן.
די אינצידענט האט פאסירט דורכאויס די 12 טעג מלחמה.
▫️אידישער ווינקל ▫️
מדינת ישראל גרייט זיך צו אקטיוויזירן איר גאר פארגעשריטענע עראו-4 מיסיל פארטיידיגונגס סיסטעם, איבערנעמענדיג די עלטערע עראו-2 מיט פארבעסערטע פונקטליכקייט און קלענערע אפעראציע קאסטן, דערווייל גייט אן די ארבעט צו פראדוצירן עראו-5 וועלכע וועט איבערנעמען עראו-3 אין די קומענדיגע יארן.
▫️אידישער ווינקל ▫️
EMT Men’s Only Classes –*Monsey Starting Soon & Brooklyn Bein Hazemanim Classes* -- JOIN NOW!
Online Lectures AND In-Class Practical Skills Sessions
Register: https://emergencycareny.com/private-classes
WhatsApp: https://wa.link/pwa67g
718-333-2273
באסטיל טאג ווערט אפגעצייכנט אין פאריז, פראנקרייך.
▫️אידישער ווינקל ▫️
טראמפ דערציילט: "איך קום אהיים, איך זאג פאר ערשטע פרוי מאלאניע, 'איך האב יעצט גערעדט מיט וולאדימיר, איך מיין מיר זענען פארטיג מיט די מלחמה,' און ערשטע פרוי מאלאניע ענטפערט מיר: "פוטין האט נארוואס באמבארדירט א נוירסינג היים!".
איך פרעג: "וואס!?"
אזוי אויך האט פרעזידענט טראמפ געזאגט אז רוסישער פרעזידענט פוטין איז א שווערער מענטש, ער האט אויסגעשפילט אסאך מענטשן, קלינטאן, בוש, אבאמא, ביידען אבער נישט מיר.
▫️אידישער ווינקל ▫️
וויצע פרעזידענט דזשעי-די ווענס האט פארברענגט אין דיזני לאנד, באקומענדיג שטעך וואונטשן פון קאליפארניע גאווערנאר געווין נוסאם...
▫️אידישער ווינקל ▫️
ברעיקינג: פרעזידענט טראמפ מעלדט אז אוקראינע וועט באקומען אמעריקאנער וואפנס אין ווערט פון ביליאנען דאלארן, אריינגערעכנט פאטריאט לופט פארטיידיגונג סיסטעמען מיט נאטא אנפירנדיג די דעליווערי און פינאנצן.
דאס איז א טויש אין פאליסי ווען אמעריקא וועט אויך שיקן אפענסיווע וואפנס, אנדערש ווי ביז יעצט ווען די טראמפ אדמיניסטראציע האט בלויז געשיקט דעפענסיווע וואפנס, צו העלפן אוקראינע זיך פארטיידיגן.
אין צוגאב האט פרעזידענט טראמפ געסטראשעט מיט גרויסע טעריפס אויף רוסלאנד אויב א דיעל ווערט נישט געמאכט ביז 50 טעג.
▫️אידישער ווינקל ▫️
עס איז געווארן באקאנט אז דער איראנער פרעזידענט מאסוד פאזעשקען האט געליטן פון פיס וואונדן נאכפאלגנדיג א מדינת ישראל לופט אטאקע אין א לאקאציע וואו עס איז פארגעקומען א זיצונג פון דער איראנער נאציאנאלע זיכערהייט קאונסיל, אין א געביידע אין טעהראן.
▫️אידישער ווינקל ▫️
די איי-די-עף האט עלימינירט א צאל כאמאס קאמאנדירן אין די לעצטע צוויי וואכן, וועלכע האבן געארבעט צו צוריק שטעלן מיליטערישע מעגליכקייטן אין עזה.
▫️אידישער ווינקל ▫️
איין יאר צוריק אין דעם טאג האט פרעזידענט טראמפ איבערגעלעבט אן אטענטאט פארזוך אין באטלער, פענסילוועניע.
▫️אידישער ווינקל ▫️
אויטאריטעטן פארשן א ווידעא וועלכע צייגט א מעגליכע זעלטענע 'בארג לייב' אין ראטשעסטער, ניו יארק, נאך וואס פארבייגייער האט אריין גערופן די פאליציי פארציילן אז ער האט באגעגענט א לייב.
דאס לעצטע מאל וואס די סארט באשעפעניש איז געזען געווארן אין ניו יארק איז געווען מיט 14 יאר צוריק, אין 2011.
▫️אידישער ווינקל ▫️
לויט קוועלער האט געוועזענער גאווערנאר קאומא באשלאסן אז ער וועט פארבלייבן אינעם פארמעסט פאר ניו יארק סיטי מעיאר, און וועט לויפן אלס אן אינדעפענדענט קאנדידאט.
▫️אידישער ווינקל ▫️
Happening this coming
Tuesday, July 15 | 6:30-11PM for men only at American Dream Waterpark.
For Tickets call 845-422-5200
Website 👉 https://www.tickettailor.com/events/perlmanproductions1/1764036
*WhatsApp us at* 👉🏻
https://api.whatsapp.com/send?phone=18454225200&text=I'd%20like%20to%20purchase%20a%20ticket
מדינת ישראל פריים מיניסטער ביבי נתניהו האט געזאגט פאר אמעריקאנער פרעזידענט טראמפ אז מדינת ישראל וועט אטאקירן איראן אויב זי וועט פארזעצן מיט איר נוקלעארע פראגראם.
טראמפ שטעלט זיך נישט קעגן נתניהו'ס פארלאנג צו אטאקירן איראן אין פאל די די נוקלעארע אקטיוויטעטן קערן זיך צוריק.
▫️אידישער ווינקל ▫️
עקסיאס: לויט באריכטן האט רוסישע פרעזידענט פוטין אויסגעדרוקט שטיצע פאר א נוקלעארע אפמאך וואס וואלט פארבאטן איראן פון בארייכערן אוראניום.
לויט די באריכט האט פוטין געלאזט שיקן זיין שטעלונג צו אמעריקאנער פרעזידענט טראמפ און צו באאמטע און איראן.
אין דער עפנטליכקייט האט פוטין אויסגעדרוקט שטיצע אז איראן זאל מעגן בארייכערן אוראניום.
▫️אידישער ווינקל ▫️
איראנער זיכערהייט באאמטע זענען געווארן געבעטן צו אויפגעבן דאס באנוץ פון וואטסעפ, צוליב זיכערהייט אורזאכן.
▫️אידישער ווינקל ▫️
געוועזענער גאווערנאר ענדרו קאומא מעלדט אז ער וועט לויפן אלס אן אינדעפענדענט פאר מעיאר פון ניו-יארק סיטי.
▫️אידישער ווינקל ▫️
אמווייניגסטנס 9 מענטשן זענען געשטארבן און 30 שפיטאליזירט נאך וואס א פייער האט אויסגעבראכן אין די געבריעל אנשטאלט פאר עלטערע לייט וואס דארפן הילף, אין פאל ריווער, מאסעטשוסעטס.
פינעף פייערלעשער זענען פארוואונדעט געווארן פון די פייער.
▫️אידישער ווינקל ▫️
עס איז יעצט געווארן איין יאר פון ווען פרעזידענט טראמפ האט אויסגעוועלט און געמאלדן זיין וויצע פרעזידענט קאנדידאט, געוועזענער סענעטאר פון אהייא, דזשעי די ווענס.
▫️אידישער ווינקל ▫️
פרעזידענט טראמפ: "איך בין זייער אנטוישט מיט פּוטין, איך האב געטראכט אז ער איז איינער וואס מיינט וואס ער זאגט, ער רעדט אזוי שיין און נאכדעם זעצט ער פאר צו באמבארדירן מענטשן ביינאכט, מיר האבן דאס נישט ליב."
▫️אידישער ווינקל ▫️
ביטקוין איז היינט אנגעקומען צו $120,000 צום ערשטן מאל, זיך העכערנדיג מיט 29% זינט די אנפאנג פון יאר 2025.
▫️אידישער ווינקל ▫️
די מדינת ישראל מיליטער האט עלימינירט דער טעראריסט מוכאמעד נאצער אלי קניטא, וואס האט געהאלטן די משכון אמילי דמרי אין זיין הויז אנפאנג פון די מלחמה. די משכון דמרי האט זיך אויסגעדרוקט אז זי וועט קיינמאל נישט פארגעסן זיין געזיכט און אז זי איז פרייליך אז ער לעבט נישט מער.
▫️אידישער ווינקל ▫️
א מיסטעריעזע אויפרייס האט היינט פאסירט אויף די גאסן פון טעהראן.
▫️אידישער ווינקל ▫️
אמעריקאנער פרעזידענט טראמפ זאגט אז ער איז זייער אנטוישט פון רוסישער פרעזידענט וולאדימיר פוטין, דאס קומט נאך וואס די פאראייניגטע שטאטן האט צוריק אנגעהויבן די וואפנס דעליוועריס צו אוקראינע.
▫️אידישער ווינקל ▫️
טשעיס סי-אי-או דזשעימי דיימאן זאגט אז ער קען אסאך דעמאקראטן און אלע פון זיי זענען אידיאטן. 'זיי פארשטייען נישט די עכטע וועלט, און כמעט יעדע פאליסי שטעלט זיך ארויס צו זיין שלעכט'.
▫️אידישער ווינקל ▫️
די מדינת ישראל מיליטער האט בטעות אראפ געלאזט א באמבע אויפ'ן נישט ריכטיגן ארט, אומברענגענדיג צען מענטשן, זעקס פון זיי קינדער.
▫️אידישער ווינקל ▫️
אילאן מאסק גייט ווייטער מיט זיין קריטיק קעגן טראמפ, פארלאנגענדיג ער זאל ארויס גיבן דעם עפשטיין ליסטע ווי פארשפראכן.
▫️אידישער ווינקל ▫️
איראן האט פארעפנטליכט א בילד וואס שטעלט פאר א סימולירטע נוקלעארע אטאקע אויף מדינת ישראל.
▫️אידישער ווינקל ▫️
מדינת ישראל פריים מיניסטער ביבי נתניהו זאגט אז פרעזידענט טראמפ דארף ווערן נאמינירט פאר די נאבעל שלום פרייז פאר זיין ארבעט ארום דער וועלט.
▫️אידישער ווינקל ▫️
די מדינת ישראל מיליטער פירט דורך אטאקעס קעגן די כאמאס טעראר גרופע אין בית חנון.
צענדליגע מדינת ישראל מיליטערישע פליגערס האבן אטאקירט 35 כאמאס צילן, צווישן אנדערע אונטערערדישע טעראר אינפעסטראקטור, טונעלן און הויפטקווארטירן.
▫️אידישער ווינקל ▫️