גרעסטער און פּאפּולערסטער סאושל-מידיא פּלאטפארמע אין אידיש • מיר זענען אויך אויף אינסטעגראם, טוויטער, יוטוב און וואטסעפּ. סטעטוס: https://bit.ly/3rkdzfK צו קאמענטירן אדער אדווערטייזן: @YiddisheVinkelAdmin יוטוב: http://www.youtube.com/c/YiddisheVinkel
פרעזידענט טראמפ אין א שריט וואס בייזערט אויף ריזיגע שיכטן פון זיין מאגא לאגער זאגט אז די עף-בי-איי זאל אנהויבן פאקוסירן אויף וואלן שווינדל, צוליב וואס קיינעם אינטערסירט נישט די דזשעפרי עפשטיין פיילס.
לויט טראמפ זענען די פיילס געשריבן געווארן דורך פרעזידענט אבאמא און פרעזידענט קלינטאן.
▫️אידישער ווינקל ▫️
א טונעל אונטער קאנסטרוקציע איז איינגעפאלן אינמיטן די ארבעט, שטעלנדיג אין געפאר די 31 ארבעטער וועלכע האבן זיך דארט געפונען. נאך עטליכע שטונדן האט זיך ארויסגעשטעלט אז אלע ארבעטער זענען ארויס גאנץ.
▫️אידישער ווינקל ▫️
א דעלטא דזשעט מיט 300 רייזענדער און מאנשאפט איז אויסגעשטאנען פראבלעמען מיט איר ענדזשין העכער די אטלאנטישע אקעאן איידער לאנדן אויף אינזל אינמיטן די אקעאן וואו פאסאזשירן האבן פארברענגט די נאכט שטונדן.
▫️אידישער ווינקל ▫️
אמעריקאנער סעקרעטארי אוו סטעיט מארקא רוביא זאגט אז "זינט די מאנאט פון יאנואר האט שוין רוסלאנד פארלוירן 100,000 סאלדאטן, טויט, נישט פארוואונדעט."
אוקראינע האט אויך געליטן פארלוסטן, אבער נישט אזעלכע מאסיווע פארלוסטן ווי רוסלאנד, און פרעזידענט טראמפ גלייבט אז מלחמות זענען א שאד אויף געלט און לעבנס.
▫️אידישער ווינקל ▫️
דזשורנאליסט: פארוואס האלטסטו אז די כינעזער טוען קויפן אלע פארעם לאנד אין די פאראייניגטע שטאטן, ספעציעל נאנט צו מיליטערישע באזעס?
פרעזידענט טראמפ: איך וויל נישט יעצט אריינגיין אין דעם.
▫️אידישער ווינקל ▫️
די עס-ענד-פּי האט געבראכן א פרישער רעקארד הויעך, אזוי אויך האט ביטקוין געבראכן איר אלעמאליגער הויעך, דערגרייכנדיג צו העכער $113 טויזנט דאלער.
▫️אידישער ווינקל ▫️
"MORE THAN EVER"
*
BUYRITE SUPERMARKET
13 Greenfield Rd,
Woodridge, NY
*
MEAT - FISH - SUSHI - ACAI - BAKERY - DELI - GROCERIES
א 40 יעריגע פרוי איז געטראפן געווארן טויט אין איר צעל אין ברוקליין פאליציי סטאנציע זייענדיג אונטער ארעסט, לויט די פאליציי איז זי באגאנגען זעלבסטמארד דורכ'ן זיך דערשטיקן מיט איר סוועטער.
די מאמע בעט פאר מער אינפארמאציע, זאגנדיג איר טאכטער איז געווען פרייליך ביז דאן, און האט נישט געהאט קיין סוועטער יענעם טאג.
▫️אידישער ווינקל ▫️
פרעזידענט טראמפ קאמפלימענטירט דער פרעזידענט פון ליבעריע אויף זיין גוטע ענגליש, נישט וויסנדיג אז דאס איז דער אפיציעלער שפראך פון דאס לאנד.
▫️אידישער ווינקל ▫️
טערקישער פרעזידענט ערדוגאן וועט געבן א "היסטארישע רעדע" קומענדיגן שבת צופרי.
▫️אידישער ווינקל ▫️
דער טויט צאל פון די טעקסאס פארפלייצונגען האט שוין דערגרייכט 119, מיט נאך 173 וועלכע ווערן נאך געזוכט.
▫️אידישער ווינקל ▫️
מדינת ישראל פריים מיניסטער טראכט פון פארבלייבן אין די פאראייניגטע שטאטן ביז דער ענדע פון די וואך.
עס איז פארהאן א מעגליכקייט אז פרעזידענט טראמפ וועט אויפנעמען מדינת ישראל פריים מיניסטער נתניהו צום דריטן מאל היינט אין ווייסן הויז.
▫️אידישער ווינקל ▫️
געשלעגן האבן אויסגעבראכן צווישן צוויי מעקסיקאנער קארטעלס, מיטגלידער אין די לא-ליניע קארטעל האבן גענוצט באמבע דראונס צו אטאקירן מיטגלידער פון סענעאלע קארטעל אויטאס.
▫️אידישער ווינקל ▫️
דזשעף בעזאס האט פארקויפט נאנט צו דריי מיליאן שעירס פון עמעזאן פאר ארום 666 מיליאן דאלער לויט א פיילינג, די טראנזאקציע איז טייל פון א גרעסערע סטראטעגיע צו פארקויפן ביז 25 מיליאן שעירס ביז דער מאנאט פון מאי אין יאר 2026.
▫️אידישער ווינקל ▫️
איראנער פרעזידענט מאסוד פאזעשקען זאגט אויף זיין אינטערוויו מיט טאקער קארלסאן: "מיר זענען געווען אינמיטן געשפרעכן מיט די אמעריקאנער און זיי האבן אונז פארזיכערט אז מדינת ישראל וועט אונז נישט אטאקירן אן אמעריקאנער ערלויבעניש, אבער מדינת ישראל האט אונז מיטאמאל אטאקירט און טארפעדאאירט די דיפלאמאטיע."
נאך זאגט פאזעשקען: "מיר ווייסן נישט ווי שטארק די נוקלעארע איינריכטונגען זענען געווארן געשעדיגט, מיר האבן דערווייל נישט קיין צוטריט דערצו ווייל זיי זענען געווען אטאקירט גאר מאכטפול, ווי נאר מיר האבן צוטריט, קענען מיר רעדן וועגן אונטערזיכונגען."
▫️אידישער ווינקל ▫️
די כוטי רעבעלן אין תימן האבן אטאקירט א שיף אינעם רויטן ים, פון וואס דריי זענען אומגעקומען, צען געראטעוועט און עטליכע זענען פארכאפט געווארן.
▫️אידישער ווינקל ▫️
לויט א פרישע שאצונג וועט די בראנקס ווערן דאס מערסטע אפעקטירט פון סיי וועלכע אנדערע געגנט אין ניו יארק, אין רעזולטאט פון די מעדיקעיד שניטן.
▫️אידישער ווינקל ▫️
אן אפּארטמענט געביידע אין טעהראן האט אויפגעריסן היינט, קלאנגען צירקולירן אז א הויכראנגיקע גענעראל איז געווארן עלימינירט, איראן זאגט אז דאס איז געווען אן אויפרייס אין רעזולטאט פון א גאז ליעק.
▫️אידישער ווינקל ▫️
דער איראנער אויסערן מיניסטער אבאס אראקטשי זאגט אז איראן וועט פארלאנגען אז די פאראייניגטע שטאטן זאל קאמפענסירן איראן פאר די שאדנס וואס זי האט איר געמאכט דורכ'ן אטאקירן די נוקלעארע איינריכטונגען.
▫️אידישער ווינקל ▫️
אילאן מאסק זאגט אז גראק עי-איי וועט קומען צו טעסלא, שפעטסטנס ביז קומענדיגער וואך.
▫️אידישער ווינקל ▫️
די סטעיט געזונטהייט דעפארטמענט האט ארויסגעשטעלט א באריכט אז אידענטיטעט צומישטע מענטשן האבן א העכערע ראטע פון גייסטישע פראבלעמען, אריינגערעכנט דעפרעסיע און זעלבסטמארד קלערן.
▫️אידישער ווינקל ▫️
אמעריקא'ס גרעסטע עלעקטריציטעט פירמע, פי-דזשעי-עם ווערט שטארק קריטיקירט צוליב די שפעטיגונגען אין פראדוצירן מער עלעקטריציטעט, וואס אין רעזולטאט הויבן זיי שטארק די פרייזן.
דאס קומט ווען עי-איי וואקסט מיט א שנעלקייט און פארנעמט גאר אסאך עלעקטריציטעט.
▫️אידישער ווינקל ▫️
דורכאויס די נאכט האט רוסלאנד געשאסן 18 מיסילס און ארום 400 דראונס, האלב פון די דראונס זייענדיג פון די שאהיד סארט, אויף שטעט אין אוקראינע אריינגערעכנט קיעוו, טשערניהיוו, סומי, פאלטאווע, קיראוואראד און כארקאוו.
די סעריע אטאקעס האבן אנגעהאלטן העכער 10 שטונדן.
▫️אידישער ווינקל ▫️
רוסלאנד ארבעט צו רעקרוטירן אזויפיל ווי א מיליאן אינדיאנער ארבעטער, ביי די ענדע פון די יאר, מיט דעם האפט זי צו אנפילן געשאפענע לעכער אין מערערע אינדוסטריעס אין רעזולטאט פון די מלחמה קעגן אוקראינע.
▫️אידישער ווינקל ▫️
וואטסעפ האט פארעפנטליכט אן אפדעיט אין וועלכע מען קען ארויסשטעלן ווידעאס איינס און אהאלב מינוט לאנג, אויף סטאטוס.
▫️אידישער ווינקל ▫️
אוקראינע'ס שפיאנאזש אגענטור, עס-בי-יו, האט ארעסטירט צוויי כינעזער שפיאנען וואס האבן פרובירט צו גנב'נען געהיימעניסן און טעכנאלאגיע גענוצט צו בויען אוקראינע'ס נעפּטון מיסיל פראגראם.
דען יאנטשבערג האט פרובירט צו רעקרוטירן אן אוקראינער בירגער וואס איז פארמישט אין דעם פראגראם, צו באקומען קלאסיפיצירטע דאקומענטן, וואס האט ער געפלאנט צו איבערגעבן פאר כינעזער שפיאנאזש אגענטורן.
▫️אידישער ווינקל ▫️
די פארטיידיגונגס מיניסטעריום אין מדינת ישראל לאזט וויסן אז א גרויסע שיפּמענט פון D9 בולדאזערס פון די פאראייניגטע שטאטן וואס איז געווארן צוריקגעהאלטן דורך די פריערדיגע אמעריקאנער אדמיניסטראציע און באפרייט געווארן דורך די יעצטיגע אדמיניסטראציע, איז אנגעקומען אין מדינת ישראל היינט.
▫️אידישער ווינקל ▫️
וועם האט מדינת ישראל געצילט אין עזה, נוצנדיג בונקער אויפרייס באמבעס?
▫️אידישער ווינקל ▫️
די עלעקטראנישע קאר פירמע לוסיד האט געבראכן דער רעקארד פון דער לענגסטער רייזע פון אן עלעקטריק קאר אויף אן איינצעלנער טשארדזש.
די לוסיד עיר גרענד טאורינג אויטא איז געפארן 1,205 קילאָמעטער, 749 מייל, צווישן סעינט מאריץ, אין שווייץ, ביז די שטאט מינכען אין דייטשלאנד, אן זיך אפשטעלן צו ווערן רעטשארדזשט.
▫️אידישער ווינקל ▫️