גרעסטער און פּאפּולערסטער סאושל-מידיא פּלאטפארמע אין אידיש • מיר זענען אויך אויף אינסטעגראם, טוויטער, יוטוב און וואטסעפּ. סטעטוס: https://bit.ly/3rkdzfK צו קאמענטירן אדער אדווערטייזן: @YiddisheVinkelAdmin יוטוב: http://www.youtube.com/c/YiddisheVinkel
דער וויצע פרעזידענט פון די רוסישע פירמע "טראנסנאפט," אנדרעי באדעלאוו איז געשטארבן נאכ'ן פאלן פון א פענסטער. זיין קערפער איז געפונען געווארן הינטער א געביידע אויף ראבליאווסקויע הייוועי.
▫️אידישער ווינקל ▫️
פרעזידענט טראמפ האט באשטעטיגט א מאסיווער קאטאסטראפע דעקלעראציע פאר קער קאונטי, טעקסאס, צו ארויסהעלפן מיט רעטונגס און הילף אפעראציעס אין די אנגייענדע עמערדזשענסי ארבעט אין רעזולטאט פון די פארפלייצונגען.
▫️אידישער ווינקל ▫️
די מדינת ישראל מיליטער פארמאגט אפעראציע קאנטראל אויף ארום 65% פון די עזה פאס.
ארום 100 טעראריסטן זענען געווארן עלימינירט דורכאויס די לעצטע וואך אין עזה.
▫️אידישער ווינקל ▫️
מדינת ישראל פריים מיניסטער ביבי נתניהו האט געשאנקען א מעדאל און אויסצייכענונג פון אנערקענונג פאר דער מוסד פירער דוד ברנע, פאר זיין לאנגיעריגער קאריערע ארום שפיאנאזש און די דערגרייכונגען אין איראן.
▫️אידישער ווינקל ▫️
די נייע "אמעריקא פארטיי" איז געבוירן געווארן, דורך אילאן מאסק, וועלכע האט געשריבן "היינט איז די אמעריקא פארטיי געווארן פארמירט אייך צו געבן פרייהייט.
▫️אידישער ווינקל ▫️
אוקראינע פארמאגט די נידריגסטע צאל שולע-קינדער זינט איר זעלבסטשטענדיגקייט, אין רעזולטאט פון די ענדלאזע מלחמה מיט רוסלאַנד.
▫️אידישער ווינקל ▫️
אינדערצייט וואס מדינת ישראל פריים מיניסטער ביבי נתניהו וועט באזוכן אין די פאראייניגטע שטאטן, וועט מדינת ישראל פארטיידיגונגס מיניסטער ישראל כץ איבערנעמען דער פריים מיניסטער'ס בענקל ביי די קאבינעט זיצונגען און לוין וועט איבערנעמען אין די "כינוס הממשלה."
▫️אידישער ווינקל ▫️
די צאל מענטשן וואס זענען שוין געשטארבן אין די טעקסאס פארפלייצונגען, איז געשטיגן צו 68, אריינגערעכנט 21 קינדער, עטליכע מענטשן ווערן נאך געזוכט.
▫️אידישער ווינקל ▫️
ברוך דיין האמת: הגאון ר' אברהם שלמה יאווא זצ"ל אב''ד לעמבערג איז ליידער אוועק דעם שבת אלט זייענדיג 55 יאר, נאכ'ן זיך מוטשען מיט א שווערע מחלה א שטיק צייט.
ר' אברהם שלמה איז שטארק באקאנט געווען מיט זיינע שיעורים אויף גאנץ ש''ס, פון וואס שווערע טויזענטער אידן האבן זיך דערקוויקט און באקומען קלארקייט.
די לווי' וועט ארויס גיין היינט 5 אזייגער נאכמיטאג פון ביהמ''ד אונגוואר אין בארא פארק.
▫️אידישער ווינקל ▫️
פרא פאלעסטינער אקטיוויסטן האבן אנגעצינדן א פייער צו א מעלבוירן שול, אינדערצייט וואס אידן האבן דארט געדאוונט. פאליציי האבן שוין דורכגעפירט אן ארעסט.
▫️אידישער ווינקל ▫️
ניו-יאָרק סיטי האט נישט געהאט קיין שיסערייען אדער מארד פעלער אום יולי פיר, צום ערשטן מאל אין היסטאריע, לויט דער פאליציי קאמישענער.
▫️אידישער ווינקל ▫️
ענגלאַנד האט געזען א רעקארד ברעכנדער אויסוואנדערונג פון רייכע אינדיווידועלן, מיט א געשאצטע 16,500 רייכע בירגער פארלאזנדיג דאס לאנד אין יאר 2025.
▫️אידישער ווינקל ▫️
מער ווי א וואך און אהאלב נאך די פייער אפשטעל האט זיך דער איראנער גייסטליכער פירער כומעיני באוויזן אין עפנטליכקייט צום ערשטן מאל.
▫️אידישער ווינקל ▫️
https://figkosher.com/products/fig-beat-music-player
Читать полностью…*נעמט מיט די וואונדערליכע זכותים פון רבי מאיר בעל הנס שטענדיג, מיט אייך. דאונלאוד די שומרי החומות עפפ.*
דריקט דא צו דאונלאודען די שומרי החומות פושקע עפפ און גיבט צדקה מיט א בלויזער דרוק פון א קנעפל, און זעט שטוינענדע ישועות.
https://me-qr.com/link-list/bRWKQUlf/show
א דראון וואס איז געשאסן געווארן דורך די רוסישע מיליטער רייסט אויף דורכאויס די נאכט אויף א רעזידענציאלע געביידע אין קיעוו.
▫️אידישער ווינקל ▫️
*New & improved course from the career experts. Launch your future in software development!*
No experience needed.
*Classes filling up fast! Sign up today!*
https://www.icainstitute.com/ | 718.506.0912 | info@icainstitute.com
רוסלאנד איז דאס ערשטע לאנד צו אפיציעל אנערקענען די טאליבאן טעראר באנדע, אלס די לעגיטימע רעגירונג אין אפגאניסטאן.
די טאליבאן פאן פלאטערט העכער די אפגאניסטאן אמבעסאדע אין מאסקווע.
▫️אידישער ווינקל ▫️
טאקער קארלסאן האט אינטערוויואירט דער פרעזידענט פון איראן, דער פירער פון א לאנד וואס רופט פאר אמעריקא'ס טויט.
▫️אידישער ווינקל ▫️
Involved in an accident?
We’re here 24 Hours a day for our valued clients—whether you’re heading upstate for the summer or staying in the city. Tap below for stress-free and amazing service :
➡️ https://wa.me/17185685566
אין אן אומגעווענליכן שריט, וועט זיך דער אמעריקאנער אמבאסאדאר מייק האקעבי אנשליסן אין פריים מיניסטער ביבי נתניהו'ס באזוך צו די פאראייניגטע שטאטן, מיטפארנדיג אויף די כנפי ציון פליגער, פון דער פריים מיניסטער.
▫️אידישער ווינקל ▫️
א שולע געביידע אין רפיח איז געווארן פארניכטעט דורך די מדינת ישראל מיליטער.
▫️אידישער ווינקל ▫️
🟡🟡🟡Save this number NOW🟡🟡🟡
*So you’re not that guy later posting on status:*
“Anyone have the number for Yellow Long distance car service...”
👇👇
845-783-6660
👇👇save contact
https://vcard.link/card/I6gj.vcf
פרעזידענט טראמפ'ס ביג ביוטיפל ביל איז געווארן אונטערגעשריבן, מאכנדיג אפיציעל דאס געזעץ אז מען דארף נישט צאלן שטייער אויף טיפּס, אויף ארבעטן אווערטיים און סאושל סעקיוריטי.
▫️אידישער ווינקל ▫️
די טעקסאס פארפלייצונגען געזען א פארשנעלערטע ווידעא פון 50 מינוט.
▫️אידישער ווינקל ▫️
וועלט'ס רייכסטער מאן אילאן מאסק זאגט אז פרעזידענט טראמפ וועט באנקראטירן דאס לאנד, דורכ'ן העכערן דעם דעפיציט פון א שוין גרויסע צוויי טריליאן דאלאר אונטער ביידען צו 2.5 טריליאן.
▫️אידישער ווינקל ▫️
די טויטצאל פון די כאאטישע רעגן שטורעמעס אין קער קאונטי, טעקסאס איז שוין געשטיגן צו 43 אריינגערעכנט 14 קינדער, אמווייניגסטנס 27 ווערן געזוכט.
▫️אידישער ווינקל ▫️
טראמפ חוזק'ט אפ פון איראן, זאגענדיג אז נאך די אטאקע קעגן זייער נוקלעארע איינריכטונגען האבן זיי אים גערופן בעטן ערלויבעניש צו באמבארדירן די אמעריקאנער באזע אין קאטאר...
''איך האב זיי געזאגט אז זיי קענען, אלע מיסילס זענען אראפ געשאסן געווארן.''
▫️אידישער ווינקל ▫️
די כיזבאלא טעראר גרופע האט שוין פארלוירן 10,000 קעמפערס זינט איר מלחמה קעגן מדינת ישראל.
ארום 2,000 קעמפערס האבן פארלאזט די גרופע נאך וואס נאסראלא איז געווארן עלימינירט.
כיזבאלא פארמאגט יעצט ארום 60,000 קעמפער, אראפ פון העכער 100,000.
קוואל: אל אראביע.
▫️אידישער ווינקל ▫️