גרעסטער און פּאפּולערסטער סאושל-מידיא פּלאטפארמע אין אידיש • מיר זענען אויך אויף אינסטעגראם, טוויטער, יוטוב און וואטסעפּ. סטעטוס: https://bit.ly/3rkdzfK צו קאמענטירן אדער אדווערטייזן: @YiddisheVinkelAdmin יוטוב: http://www.youtube.com/c/YiddisheVinkel
צפון קארעא וועט אריינשיקן צווישן 25,000 און 30,000 זעלנער צו שטיצן רוסלאנד אין איר קריג קעגן אוקראינע.
▫️אידישער ווינקל ▫️
ברעיקינג: א ווערהאוז פון פייערקרעקערס האט אויפגעריסן אין יאלאו קאונטי, קאליפארניע, צוויי הייזער זענען געווארן פארניכטעט אין דעם אינצידענט.
▫️אידישער ווינקל ▫️
א נייע בייפארטיזאן פארשלאג וועט מעגליך ערלויבן פרעזידענט טראמפ צו באוואפענען מדינת ישראל מיט אמעריקאנער B2 סטעלט באמבארדירער פליגערס, פאר אין פאל איראן וועט פרובירן אנטוויקלען נוקלעארע וואפנס נאכאמאל.
▫️אידישער ווינקל ▫️
טעסלא סעילס זענען געפאלן מיט 14% אין דער צווייטער פערטל פון יאר 2025 אין פארגלייך צו דער צווייטער פערטל פון יאר 2024, לויט דאטא פון די פירמע'ס באריכטן.
▫️אידישער ווינקל ▫️
אמעריקאנער באאמטע זאגן אז איראן האט געהאט אנגעהויבן אריין לייגן אונטערוואסער מינעס אינעם פערסישן גאלף, אנדייטנדיג אז זייער סטראשע פון אפשפארן דעם הארמאז איז פאקטיש געווען אין פלאן.
▫️אידישער ווינקל ▫️
פרעזידענט טראמפ האט היינט נאכאמאל קריטיקירט מעיאר קאנדידאט זאוראן מאמדאני, שרייבנדיג אז ער וועט אים נישט לאזן קאליע מאכן ניו יארק, און וועט זעהן צוריק צו מאכן די שטאט 'געוואלדיג'.
▫️אידישער ווינקל ▫️
WE FIGHT
•Parking Violations
•Moving violations
•EZ Pass Tickets
*• Personal Injuries, accidents*
(We Specialize Upsate as well)
For More Info 👇
https://wa.me/19179577545?text=Please%20Fight%20My%20Ticket
דער העכסטער געריכט אין טיילאנד האט צייטווייליג סוספענדירט דעם פריים מיניסטער, צוליב אן ארויסגערינענע טעלעפאן געשפרעך וואס האט אויפגעברויזט די מאסן.
אינעם געשפרעך האט זי קריטיקירט א הויעך ראנגיקער קאמאנדיר, און זיך באצויגן צו פריינטליך מיט א באאמטער אין די קאמבאדיער רעגירונג, מיט וועם טיילאנד איז אין א שטיקל געפעכט.
דער געריכט וועט אצינד באטראכטן די מעגליכקייט איר אראפ צו ווארפן פון אמט פערמאנענט.
▫️אידישער ווינקל ▫️
די נייע עליגעיטאר אלקאטראז וועלכע ווערט היינט געעפנט אין פלארידא פארנעמט פילע נייעס קעפלעך, ווען פרעזידענט טראמפ האט זיך באטייליגט ביים עפענונג צערעמאניע פאר דעם צענטער, געווידמעט צו פארהאלטן אומלעגאלע אימיגראנטן ביז זיי ווערן דעפארטירט.
▫️אידישער ווינקל ▫️
פרעזידענט טראמפ זאגט אז ער ערווארט זיך אונטער צו האלטן מיט מאמדאני, וויבאלד ער וועט מוזן קומען צום ווייסן הויז בעטן געלט.
''ער איז א קאמוניסט, און איך גיי האבן אסאך 'פאן' מיט אים''...
▫️אידישער ווינקל ▫️
פרעזידענט טראמפ מעלדט איבער א נייע פערפיום שמעק פראדוקט ווערנדיג גערופן וויקטארי 47 און וויקטארי 45 "ווייל זיי שפיגלען אפ געווינען, שטארקייט און סוקסעס."
▫️אידישער ווינקל ▫️
פרעזידענט טראמפ זאגט אז ער וויל נישט קיין עלעקטריק קאר, "עס איז פארהאן איין פראבלעם דערמיט, עס רייסט אויף."
▫️אידישער ווינקל ▫️
איראן זאגט אז 935 מענטשן זענען געשטארבן דורכאויס די מלחמה מיט מדינת ישראל, וואס האט געדויערט 12 טעג.
▫️אידישער ווינקל ▫️
פרעזידענט טראמפ האט איינגעלאדנט די B-2 פליגער פילאטן צו די ווייסע הויז, זאגנדיג אז זיי האבן געצילט פונקטליכע צילן, די מאס פון א האלבע פרידזשידער, פון 50,000 פיס העכער דער ערד.
▫️אידישער ווינקל ▫️
פרעזידענט טראמפ איז ערווארטעט צו אונטערשרייבן אן עקזעקוטיוו ארדער היינט צו נאכמער פארגרינגערן די סאנקציעס אויף סיריע, אין בעפארגרייטונג צו א באזוך פון מדינת ישראל פריים מיניסטער ביבי נתניהו קיין וואשינגטאן, צו ענדיגן אויסארבעטן א היסטארישע נארמאליזאציע אפמאך מיט סיריע!
בילד: מדינת ישראל זעלנער אפערירן אין סיריע.
▫️אידישער ווינקל ▫️
די פענטעגאן זאגט אז לויט אירע שפיאנאזש אינפארמאציע האבן די אמעריקאנע אטאקעס קעגן איראן אפגעשטעלט איראנ'ס נוקלעארע מעגליכקייטן מיט א יאר צוויי.
▫️אידישער ווינקל ▫️
די תל אביב סטאק מארקעט האט היינט דערגרייכט א פרישע רעקארד הויעך.
▫️אידישער ווינקל ▫️
קאנגרעסמאן טאמעס מעסי זאגט אז ער האט גענוג שטימען צו בלאקירן פרעזידענט טראמפ'ס "וואן ביג ביוטיפל ביל."
▫️אידישער ווינקל ▫️
Message
The Marketing Chief
To get started on your email campaigns!
https://wa.me/message/6RBI5RTRFUXOP1
פרעזידענט טראמפ זאגט אז ער האט דערגרייכט אן אפמאך מיט וויעטנאם, און אימפארטן פון דארט וועלן פון היינט האבן בלויז 20% טאריפס.
▫️אידישער ווינקל ▫️
די פאראייניגטע שטאטן האט אפגעשטעלט טייל פון די מיסיל שיפמענטס קיין אוקראינע, זאגנדיג אז די אורזאך דערפון איז צוליב וואס אירע ארסענאלן זענען שוין צו ליידיג.
▫️אידישער ווינקל ▫️
ברעיקינג: די סענאט האט באשטעטיגט פרעזידענט טראמפ'ס גרויסע הערליכע ביל, מיט א 50-50 אפשטימונג, אריין ברענגענדיג דזשעי-די ווענס פאר דעם ענדגילטיגן שטימע.
▫️אידישער ווינקל ▫️
לויט פרישע שאצונגען וועלן 300 טויזענט ניו יארקער פארלירן פוד סטעמפס בענעפיטן, נאך וואס פרעזידענט טראמפ'ס ביל איז דורך אינעם סענאט.
▫️אידישער ווינקל ▫️
דער איראנער אויסערן מיניסטער זאגט אז איידער זיין לאנד וועט זיין גרייט זיך צו זעצן פארהאנדלען מיט די פאראייניגטע שטאטן, מוז זי ערשט באקומען א פארזיכערונג קעגן צוקונפטיגע אטאקעס.
▫️אידישער ווינקל ▫️
פרעזידענט טראמפ האט אויך געזאגט אז "ער וועט כאפן א בליק" ווען ער איז געפרעגט געווארן איבער דעפארטירן אילאן מאסק פון די פאראייניגטע שטאטן.
דאס קומט אין רעזולטאט פון א פרישע סעריע אטאקעס וואס מאסק האט אונטערגענומען קעגן די גרויסע שיינע ביל.
▫️אידישער ווינקל ▫️
ראמעניע מעלדט אז זי גייט איינקויפן 41 לופט פארטיידיגונגס סיסטעמען פון די רפאל וואפנס פירמע, 24 איירין דאום באטעריעס, און 17 ספיידער באטעריעס, אין ווערט פון 5.6 ביליאן דאלער.
▫️אידישער ווינקל ▫️
https://figkosher.com/products/fig-beat-music-player
Читать полностью…טרעזשורי סעקרעטאר סקאט בעסענט זאגט אז די ווייסע הויז ארבעט צו אויסוועלן אן ערזעצונג צו דער פעדעראלע טשעירמאן דזשעראם פאועל אין די קומענדיגע וואכן.
▫️אידישער ווינקל ▫️
דער אמעריקאנער סטעיט דעפארטמענט ארבעט צו סוספענדירן די וויזע פון א בריטישער זינגער באבי ווילען, וואס פלאנט צו קומען פאר א מוזיק טור אין די פאראייניגטע שטאטן, נאך וואס ער האט געשריגן טויט צו די איי-די-עף דורכאויס א קאנצערט.
"דער אמעריקאנער גאווערמענט וועט נישט שענקען וויזעס צו פרעמדע בירגער וואס שטיצן טעראריסטן" האט א הויכע באאמטע געזאגט פאר די דעילי ווייער.
▫️אידישער ווינקל ▫️